16 סאלדאטן אין די מארין קארפס זענען נעכטן אומגעקומען ווען זייער פליגער האט געקראכט העכער מיסיסיפי, די מיליטערישע הערקולעס kc-130 פליגער דינט אלס קארגא פליגער און אויך אלס ריפיולער וואס באדייט אז עס קען געבן גאז אין די לופטן פאר אנדערע פליגער איז ארויסגעפלויגן פון נארט קאראליינע, און נעכטן ארום 4 אזייגער ווען זיי זענען געפלויגן העכער מיסיסיפי זענען זיי אראפ פון די ראדארן און נאך א קורצע זוך אקציע איז די ברוכווארג געפונען געווארן אויף א בארג אין מיסיסיפי אין די זייט פון א שאסיי איינגעהילט אין העלישע פלאמען, און קיין איינער פון די רייזנדע האט נישט איבערגעלעבט דעם קראך. די מיליטער זאגט אז זיי פארשן נאך די אינצידענט און האבן נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן איבער די מיסיע וואס די פליגער האט געזאלט אויספירן און אזוי אויך די נעמען פון די זעלנער.

די לעצטע אזא אינצידענט מיט א ענליכע פליגער איז פארגעקומען מיט צוויי יאר צוריק אין אקטאבער 2015, דעמאלטס איז א אנדערע פליגער פון די זעלבע סעריע פון הערקולעס פאמיליע אויך אראפגעקראכט אין א לופטפעלד אין אפגאניסטן באלד נאכ׳ן זיך הייבן, און אומגעברענגט 14 זעלנער אויפ׳ן ארט, דעמאלטס איז די אורזאך פונעם קראך אנגעגעבן געווארן צוליב א פארנאלעסיגונג פונעם פילאט וועלכע האט פלאצירט אן אביעקט אויף א סענסיטיווע ארט אינעם קאקפיט.

בילד: 16 אמעריקאנער זעלנער אומגעקומען אין פליגער קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל