Image result for OPEN PRESS

וואשינגטאן - דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון קאנעטיקוט, דזשים היימס, האט אריינגעגעבן א געזעץ פארשלאג אין קאנגרעס, וואס וועט צווינגען דאס ווייסע הויז צו זיין מער אפן פאר דער מידיא און פאר׳ן אמעריקאנער פאלק. די טראמפ אדמיניסטראציע ווערט שטארק אראפגעריסן אין די לעצטע פאר וואכן, נאכדעם וואס זיי האבן אומאפיציעל אפגעשטעלט די טעגליכע לעבעדיגע פרעסע קאנפערענצן אין ווייסן הויז, וואס אנשטאט ווערן אפגעהאלטן בלויז-אודיא פרעסע קאנפערענצן דורכן דעפיוטי פרעסע סעקרעטארין סערע סענדערס - וואס אקטיוויסטן און די דעמאקראטן זאגן אז דאס איז א קלארער פרואוו פון ווייסן הויז אפצושוואכן די מידיא׳ס מאכט און מידיא פרייהייט. קאנגרעסמאן דזשים היימס׳ ביל, וועלכע ער רופט ״די פרייע פרעסע אקט״, וועט צווינגען דאס ווייסע הויז אפצוהאלטן אמווייניגסטנס 2 מאל א וואך פרעסע קאנפערענצן געלופטערט לעבעדיג פאר׳ן פאלק. זיין ביל ווערט אבער באטראכט נישט מער ווי א פאליטישע צירקוס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל