וואשינגטאן - ווידעראמאל וועט דער רעפובליקאנער פלאן אינעם סענאט אפצושאפן טיילן פון אבאמאקעיר און אריינשטעלן נייע רעפובליקאנער סיסטעמען אין פלאץ אפגעשטופט ווערן אויף אמווייניגסטנס א וואך, און דאסמאל נישט צוליב קיין אינערליכן פאליטישן געפעכט צווישן די רעפובליקאנער. דער אריזאנע רעפובליקאנער סענאטאר, דזשאן מעקעין, איז פרייטאג אריבער אן אפעראציע העכער׳ן אויג, וועט ער דעריבער די וואך נישט זיין אנוועזנד אינעם סענאט, וואס באדייט אז די רעפובליקאנער וועלן נישט האבן די מינימום שטימען צו באשטעטיגן זייער ביל. זיי האבן 52 זיצן אינעם סענאט און דארפן 50 שטימען (דער וויצע פרעזידענט דינט אלס די 51׳סטע שטימע צו געבן א רוב) צו קענען באשטעטיגן דעם ביל, און 2 רעפובליקאנער האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן נישט שטימען פאר׳ן ביל, וואס וואלט נאך אלץ גענוג געווען עס צו באשטעטיגן, אבער יעצט אז מעקעין וועט פעלן, וועט בלויז זיין 49 סענאט שטימען, וועט דעריבער די אפשטימונג ווארשיינליך אפגעשטופט ווערן.

בלד: מעקעין צושטאנד שטערט טראמפקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל