בודאפעסט – דער אונגארישער פרעמיער מיניסטער, וויקטאר אורבאן, האט פארשפראכן פאר די ארטיגע אידישע איינוואוינער, אז ער וועט באשיצן די רעכטן פון אידישע מנהגים, א שטייגער ווי שחיטה און ברית מילה. אורבאן האט דאס געזאגט פאר א דעלעגאציע פון רבנים וועלכע האבן זיך געטראפן מיט אים ביי א ספעציעלער צערעמאניע, וואו א נייע כשרע בית השחיטה איז געעפנט געווארן אין בודאפעסט פאר גענז. זיין פארשפרעכונג איז אויפגענומען געווארן מיט ספעציעלע פרייד און ווארעמע באגריסונג, וויבאלד ער איז פאקטיש דער פירער פון דער עקסטרעם-רעכטער באוועגונג אין אונגארן, וועלכע האט זיך אין די לעצטע יארן שטארק דערנענטערט צו דער נעא-נאציזם באוועגונג, און באזונדער ווערט אורבאן לעצטנס באשולדיגט אין אנברענגען אנטיסעמיטיזם, דערמיט וואס זיין רעגירונג פירט א רעקלאמע קאמפיין קעגן דעם ליבעראלן אידישן ביליאנער דזשארדזש סאראוס, און די רעקלאמע קאמפיין ווערט באגריסט דורך אנטיסעמיטישע באנדעס.

בילד: אונגארן פארשפרעכט צו באשיצן שחיטה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל