בוקארעסט – האלאקאוסט אקטיוויסטן האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו ערלעדיגן אז האלאקאוסט איבערלעבער פון רומעניע, וועלן באקומען קאמפענסאציע געלטער. די רעדע איז פון אידן וועלכע האבן געוואוינט אין רומעניע אין די יארן פון דער קריג, און ספעציפיש די וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם ביטערן 41' פאגראם אויף דער רומענישער שטאט יאַסי, וואו רומענישע זעלנער, פאליציי אפיצירן און לאקאלע איינוואוינער האבן אויסגעמארדעט 5 טויזנט לאקאלע אידן. פילע איבערלעבער זענען דערנאך ארויפגעשטעלט געווארן אויף טויט-באנען און געפירט געווארן צו פארשידענע לאגערן, און א פאר הונדערט פון די אידן פון שטאט האבן איבערגעלעבט. ביז יעצט האט די רעגירונג אין דייטשלאנד נישט געוואלט טיילן קאמפענסאציע געלטער פאר די רומענישע האלאקאוסט איבערלעבער, אבער אצינד האט מען אויסגע׳פועל׳ט, אז די פארבליבענע איבערלעבער וועלן יא באקומען געלטער.

בילד: רומענישע איבערלעבער פעליג פאר קאמפענסאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל