רוסלאנד – נישט קלאר צי זיי האבן געמיינט צו מאכן א צינישן וויץ אדער זיי זענען געווען ערנסט... דאס רוסישע רעגירונג׳ס אויסערן מיניסטעריום האט אין א סטעיטמענט זיך באקלאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג פארמאגט צופיל שפיאנען אין די גאסן פון מאסקווע. דאס רוסישע אויסערן מיניסטעריום זאגט אז אמעריקע שיקט ממש יעדע פאר וואכן פרישע שפיאנען קיין רוסלאנד, אונטער׳ן פאלשן מאנטל פון דיפלאמאטן, ווען אין דער זעלבער צייט האלט אמעריקע ווייטער אן די בלאקאדע אויף רוסישע דיפלאמאטן אריינצוקומען קיין אמעריקע. די באקלאגעניש קומט אין רעאקציע צו דעם וואס אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע זענען 35 דיפלאמאטן ארויסגעווארפן געווארן אלס שטראף פאר רוסלאנד׳ס וואל אריינמישונג, און יעצט שענקט נישט די טראמפ אדמיניסטראציע קיין פרישע וויזעס פאר אנדערע רוסישע דיפלאמאטן צו קענען איבערנעמען די פאזיציעס פון די 35 ארויסגעווארפענע. רוסלאנד׳ס אויסערן מיניסטעריום זאגט אז זי טראכט אנצוהייבן ארויסווארפן די ״אמעריקאנער שפיאנען״ פון מאסקווע.

רוסן: צופיל אמעריקאנער שפיאנען אין מאסקווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל