בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג האט אין א מעסעדזש פרובירט צו בארואיגן יאפאן, נאכדעם וואס די יאפאנעזער רעגירונג האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז איבער געוויסע מיליטערישע איבונגען וואס די כינעזער האבן דורכגעפירט. כינע האט אונטערגענומען א ספעציעלע מיליטערישע לופט איבונגען מיסיע מיט 6 באמבארדיר פליגערס העכער׳ן מיאקו וואסער שטראז, וועלכע פליסט דורך צווישן צוויי אינזלען וועלכע באלאנגט פאר יאפאן, און יאפאן האט געזאגט אז זי פארשטייט נישט דעם מאדנעם און זעלטענעם דורכפלי. כינע האט באהויפטעט אז דאס דורכפליען אינעם מיאקו וואסער שטראז איז נישט א פארלעצונג פון יאפאנעזער טעריטאריע, ווייל לעגאל איז עס אינטערנאציאנאלע וואסערן, און זי האט געזאגט אז דער דורכפלי האט נישט געמיינט צו טשעפען יאפאן, נאר איז טייל פון איר מיליטער׳ס אפעראציעס צו פארבעסערן זייערע מעטאדן און אינטערנאציאנאלע דערגרייכונג, וואס ווי געמאלדן פאריגע וואך, האט כינע פונקט געעפנט איר סאמע ערשטע אינטערנאציאנאלע מיליטערישע באזע.

בילד: כינע בארואיגט יאפאן איבער פלי מיסיעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל