ירושלים - אן אנגעצויגנקייט הערשט אין מדינת ישראל נאכדעם וואס א זעלטענע און ברוטאלע טעראר אטאקע האט פאסירט אין ירושלים, וואו 2 איזראעלישע פאליציי אפיצירן זענען אומגעברענגט געווארן. די אטאקע האט פאסירט פרייטאג פארטאגס, ווען א גרופע פון 3 פאלעסטינער טעראריסטן האבן געשטורעמט מיט וואפנס ביים שער האריות אריינגאנג צום הר הבית, און האבן דארט געשאסן עטליכע פאליציי אפיצירן, פון וועלכע 2 זענען שפעטער אומגעקומען, און אנדערע אפיצירן האבן געשאסן די טעראריסטן צום טויט. די אטאקע האט געברענגט אז מדינת ישראל זאל אפשפארן דעם הר הבית פאר די מוסולמענער רעליגיעזע צערעמאניעס, זייענדיג דאס ערשטע מאל זינט יאר 00׳ וואס ס'ווערט גענצליך אפגעשפארט פאר א גאנצן טאג און אפילו מער, ווייל ס'איז נאך אלץ אפגעשלאסן, און דאס האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז ביי דער מוסולמענער געמיינדע. די סיטואציע איז אנגעצויגן, און מ'ציטערט איבער א מעגליכקייט אז מדינת ישראל וועט אונטערנעמען באמבארדירונגען, וואס קען נאך מער פראוואצירן די אראבער.

בילד: אומרואיגקייט נאך טעראר אטאקע ביי הר הבית

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל