דריי פאלעסטינער טעראריסטן האבן היינט אינדערפרי דורכגעפירט א טעראר אטאקע ביים מקום המקדש אויפ׳ן הר הבית, די טעראריסטן האבן געעפנט שיסעריי אויף די פאליציאנטן וועלכע שטייען דארט און גאר שווער פארוואונדעט צוויי פון זיי, די צוויי זענען שפעטער אומגעקומען פון די וואונדן, די טעראריסטן זענען געקומען צו לויפן פון אלט שטאט און אריינגעלאפן צום הר הבית, דארט האבן זיי דורגעפירט די אטאקע און פון דארט זענען זיי געלאפן אין ריכטונג פון די מעטשעט און פרובירט זיך צו אויסבאהאלטן אבער זענען געכאפט און פארהאלטן געווארן דורך די פאליציי און אומגעברענגט געווארן. אין ליכט פון די אטאקע, און צוליב א זארג פאר ווייטערדיג אטאקעס האט די פאליציי אנגענומען א פרעצעדענטלאזע שריט און גענצליך אפגעשפארט דעם הר הבית און געשטעלט שווערע וואך פונקטן אין אלט שטאט ירושלים, און אזוי אויך גענומען וואקף וועכטער פאר אויספארשונג, אזא שריט איז שוין נישט אונטערגענומען געווארן צענדליגע יארן, איבערהויפט פרייטאג וואס איז א א געבעט טאג ביי די מוסלעמענער און עס קומען געווענליכע טויזנטער מוסלעמנער יעדע וואך צום הר הבית. די שריט האט ארויסגערופן גאר שטארקע אויפברויז אין די פאלעסטינער גאס און איז ערווארטעט צו ברענגען א שטארקע כאאס.

אין ליכט פון די אומגעוועליכע סענסיטיוויטעט פון אזא פאל, נעמנדיג אין באטראכט אז די הר הבית איז באטראכט דורך די מוסלעמנער אלס א פארהייליגטע פלאץ, האט דער פרעמיער מיניסטער נתניהו פארשפראכן צו אפהיטן די סטאטוס-קווא וועלכע געט פאר די מוסלעמנער די פירערשאפט אויפ׳ן בארג, און אזוי אויך האט ער אפגעהאלטן א זעלטענע טעלעפאן געשפרעך מיט׳ן פאלעסטינער פירער מוכאמאד עבאס, די צוויי אומגעקומענע פאליציאנטן זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס כאמיל שנאן און האיל סטאווי, ביידע דרוזישע פאליציאנטן אין זייערע 30'ער יארן. און די טעראריסטן זענען פאלעסטינישער מדינת ישראל וועלכע וואוינער אין אום-אל-פאחם.

בילד: טעראר אטאקע אויפ׳ן הר הבית לאזט איבער 2 פאטאליטעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל