בילד: רינאט אכמענשין

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונג, און מעגליך א דראמאטישע אנטוויקלונג איז היינט אויפגעדעקט געווארן אז ביי די קאנטראווערסיאלע זיצונג וועלכע די טראמפ קאמפיין שטאב אינאיינעם מיט טראמפ דשוניאר, דשערעד קושנער און פאול מענעפארט האבן אפגעהאלטן, האט זיך אויסער די רוסישע לויערקע אויך געפונען א רוסישער לאביאיסט וועלכער ארבייט אין וואשינגטאן אין שטיצע פון די רוסישע רעגירונג. דער לאביאיסט רינאט אכמענשין זאגט אז עס איז נישט געווען קיין ״ביג דיעל״ און ער האט נישט געקלערט אז עס האנדלט זיך פון עפעס א ערנסטע זאך, און דער אדוואקאט פון טראמפ זאגט אז ער דארט געווען בלויז אלס איבערטייטשער וויבאלד די ענגליש פון די לויערקע מיסיס וועסעלניטסקאיע איז גאנץ שוואך, און אז ער האט נישט געהאט קיין פריערדיגע באקאנטשפאט מיט קיינעם אין די קאמפיין. אכמענשין זאגט אז זיין אנוועזנהייט ביי די זיצונג ווערט נישט גערעכנט אלס מיטינג מיט ״אויסלענדישע אינטערעסן״ וויבאלד ער איז אן אמעריקאנער בירגער זינט 1994 ווען ער האט אימיגרירט פון רוסלאנד און ער ארבייט נישט דירעקט פאר די רוסישע רעגירונג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל