די לאנדאנער פאליציי האט נאך א מאסיווע זוך אקציע ארעסטירט צוויי באנדיטן וועלכע האבן אין לויף פון די לעצטע נאכט דורכגעפירט רויבערייען מיט די הילף פון שעדליכע עסיד, וועלכע האט די מעגליכקייט צו פארקריפלען א מענטש און אפילו אומברענגען, זיי האבן אנגעהויבן מיט׳ן אטאקירן צוויי ליפערונג ארבייטער וועלכע זענען געפארן אויף מאטאר-ביציקלעך און זיי בארויבט די ביציקלעך, ביידע זענען געשעדיגט געווארן מיט שווערע בריען אויפ׳ן פנים, און איינע פון די צוויי געפונט זיך אין א שווערע צושטאנד. די פאליציי זאגט אז די יעצטיגע אינצידענט ברענגט אויף זארג איבער א נייע ברייט פארשפרייטע פראבלעם אין וועלכע רויבער און פארברעכער באנוצן זיך מיט שעדליכע כעמיקאלן דורכצופירן זייערע פארברעכן אנשטאט הייס געווער, און די צאל כעמיקאלען-פארבינדעטע אינצידנעטן גייט גאר שטארק ארויף אין די לעצטע יארן, זינט 2010 זענען איבער 1800 מענטשן באטראפן געווארן פון אזעלכע אינצידענטן און עס גייט יערליך ארויף. 

מאפע: ׳עסיד׳ אטאקעס אין לאנדאן לאזט איבער 5 פארוואונדעטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל