אין איינע פון די ערשטע צייכנס איבער די עקאנאמישע קאנסעקווענצן פון ברעקזיט האט די גרויסע לאו-בודשעט עירליין ׳איזי-דשעט׳ געמאלדן אז זי וועט אריבערציען אירע הויפטקווארטירן און אקטיוויטעטן פון לאנדאן קיין עסטרייך, וויבאלד זיי ווילן בלייבן א פירמע וועלכע איז באזירט אין אייראפע און קען צושטעלן אירע סערוויסעס אין אייראפע אומגעשטערט. וויבאלד די אייראפעישע געזעץ ערלויבט נאר פאר אייראפעישע פירמעס צו צושטעלן דאמעסטישע רייזעס צווישן אייראפעישע לענדער. די בריטישע פרמיער מיניסטארשע האט באדויערט די באשלוס און געזאגט אז זי וואלט אויסגעהאמערט א אפמאך מיט אייראפע איבער דעם, די באשלוס פון איזי-דשעט טוט רעפלעקטירן א שטייגנדע זארג צווישן ענגלאנד באזירטע פירמעס איבער די שטייטע פאזע אין וועלכע די פארהאנדלונגען ציען זיך און אז עס וועט מעגליך נישט ארויסקומען קיין גוטע רעזולטאטן פאר אייראפעישע אינסטיטוציעס וועלכע זענען באזירט אין ענגלאנד.

בילד: איזי-דזשעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל