איינוואוינער אין די לענד-א-לעיקס געגענט אין פלארידע זענען געצווינגען געווארן צו פארלאזן זייערע היימען נאכדעם וואס א ריזיגע זינק-לאך האט זיך געעפנט אין די ערד און אייגעשלונגען עטליכע הייזער, און עס שפרייט זיך אויס נאך מער, אזויפיל ווי 8 היימען זענען באטראפן געווארן, דאס שטרייכט אונטער די שטייגנדע פראבלעם פון אזעלכע זינק-לעכער וועלכע ווערן א אפטע ערשיינונג אין פלארידע צוליב די אייגנארטיגע צוזאמשטעל פון די גרונד, צוליב די ווייכע ליים-שטיינער און צוליב אונטערערדישע וואסער קוועלער וועלכע טרוקענען אפ. עס איז גאר וואונדערליך אז קיינער איז נישט געווען אין דערהיים ווען די אינצידענט האט פאסירט און קיינער איז נישט פיזיש געשעדיגט געווארן פון דעם. די לאך האט אויך איבערגעבראכן עלעקטעריציטעט שטאנגען און ארום 100 היימען זענען געווארן אויסגעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט.

בילד: איינוואוינער אין פלארידע עוועקיואירט צוליב זינק-לאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל