וואשינגטאן - דער סקאנדאל איבער א זיצונג וואס פרעזידענט טראמפ׳ס זון, דאנעלד דזשוניאר, האט געהאט מיט א רוסישן לאיער פאראיאר יוני, קלערנדיג אז ער גייט באקומען דארטן אנטי-קלינטאן אינפארמאציע פון דער רוסישער רעגירונג, איז געווארן פיל טיפער און אויסגעברייטערט אין די לעצטע 48 שטונדן, ווען נאך א רוס, דאסמאל א געוועזענער רוסישער קאנטער-שפיאנאזש אגענט, איז ארויסגעקומען דערציילן, אז ער האט אנטיילגענומען ביי דער קאנטראווערסיאלער זיצונג. אט זענען די לעצטע אנטוויקלונגען אינעם רוסלאנד-טראמפ סקאנדאל:

- רינאט אקמעטשין, א געוועזענער רוסישער שפיאן, זאגט אז ווען טראמפ דזשוניאר האט זיך געטראפן מיט׳ן רוסישן לאיער נאטאלי וועסעלניטסקאיא, איז ער אויך געווען דערביי. אקמעטשין זאגט אז ער איז נישט געלאדנט געווארן, נאר פערצופאל איז ער געווען אין ניו יארק, איז ער אנגעקומען צו דער זיצונג אין טראמפ טאוער.

- אקמעטשין זאגט, אז אויסער ער, וועסעלניטסקאיא, טראמפ דזשוניאר, דזשעראד קושנער און פאול מענעפארט, איז אויך דארט געווען א רוסישער דאלמעטשער, וועלכער האט איבערגעטייטשט אלעס וואס וועסעלניטסקאיא האט געזאגט.

- אקמעטשין זאגט, אז וועסעלניטסקאיא האט איבערגעגעבן דאקומענטן פאר טראמפ דזשוניאר, וועלכע האבן אנטהאלטן אינפארמאציע איבער אומריינע געלטער וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט באקומען, גלייבנדיג אז דאס קען שעדיגן פרוי קלינטאן. אקמעטשין קען נישט זאגן קלאר, צי די דאקומענטן זענען געקומען פון דער רוסישער רעגירונג.

- קאנטעקסט: דער פראבלעם מיט דער אויפדעקונג איבער אקמעטשין איז נישט אזוי ווייט ווייל ער איז א געוועזענער רוסישער שפיאן, נאר ווייל עס צייגט אז טראמפ דזשוניאר באהאלט נאך אלץ פארשידענע זאכן ארום דער זיצונג, און ער איז נישט ״אויפריכטיג״ - ווי פרעזידענט טראמפ האט אים אויסגעלויבט.

- אין אנדערע נייעס, האט מען געזען פון פעדעראלע עלעקשאן ציפערן אז אום יוני 27, דאס הייסט 1 און א האלב וואך איידער דער ״ניו יארק טיימס״ האט געבראכן די נייעס איבער טראמפ דזשוניאר׳ס קאנטראווערסיאלע זיצונג פון פאראיאר יוני, האט די טראמפ קאמפיין קאסע ארויסגעצאלט 50 טויזנט דאלער פאר׳ן לאיער אלען פוטערפאס, וועלכער רעפרעזענטירט טראמפ דזשוניאר. האט דאס ווייסע הויז געוואוסט אז דער פובליק גייט אט געוואויר ווערן פון דער זיצונג?

- באזונדער האט דאס ווייסע הויז נעכטן געמאלדן אז טראמפ האט אויפגענומען טאי קאב, געוועזענער פעדעראלער פראקוראר, צו דינען אלס ״ספעציעלער לאיער״ וואס וועט אנפירן דעם גאנצן לעגאלן פראנט ארום דער רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג, צו פארטיידיגן דעם פרעזידענט און זיין פאמיליע.

בילד: טראמפ דזשוניאר סקאנדאל ווערט טיפער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל