נעבראסקע – מען שטייט ארום דריי וואכן בעפאר עס וועט, אום כ"ט אב, פארקומען דער "סאולאר עקליפס", אדער ווי עס איז באקאנט ביי אונז אידן אלס "ליקוי חמה", ווען די לבנה וועט איבערדעקן דעם שיין פון די זון אינמיטן טאג און מען וועט דאס קענען מיטהאלטן לעבעדיג וויאזוי עס פאסירט צוביסלעך, פונעם אנהייב ווען די לבנה הייבט אן אריינבייסן און איבערדעקן טייל פון די זון, ביז אינמיטן ווען די זון וועט זיין גענצליך באדעקט, און דאן צו דער ענדע ווען די זון וועט צוביסלעך ארויסשטארן פון דער אנדערער זייט און ווערן גענצליך צוריק אויפגעדעקט. די יעצטיגע ליקוי חמה וועט זיין אזא שטארקע און היסטארישע, און דאס לעצטע מאל וואס אזוינס האט פאסירט און איז געזען געווארן איז געווען אין יאר 918', און ווי יעדע זאך, זענען שוין מענטשן ארויפגעשפרונגען און אנגעהויבן שארן גרויסע געלטער פונעם פיבער ארום דער דערווארטעטער ליקוי חמה. די אמעריקאנער סטעיטס וואו די ליקוי וועט דאס בעסטע געזען ווערן זענען ארעגאן, איידעהא, ווייאמינג, נעבראסקע, קענסאס, מיזורי, אילינאי, קענטאקי, טענעסי, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע – און אין די סטעיטס זענען האטעל צימערן שוין כמעט נישטא צו באקומען פאר געווענליכע פרייזן. מענטשן דינגען ארויס ליידיגע צימערן אין זייערע היימען פאר 5 ביז 7 טויזנט דאלער! רעסטוראנט און געשעפט אייגענטימער קאמענטירן אז זיי קוקן ארויס צו פארדינען גרויסע געלטער אין די טעג ארום דער ליקוי ערשיינונג, און זיי האבן אינוועסטירט אין פארשידענע פארריכטונגען און נייע פראיעקטן, זיך רעכענענדיג אויף דעם (שוין אפגערעדט פון די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן" וועלכע פארקויפן זיך אין די צענדליגער טויזנטער.)

בילד: סאולאר עקליפּס ברענגט עקאנאמישן וואוקס

לייענט מער:

לייענט מער איבער די ליקו (באגלייט מיט בילדער, אלוסטראציעס און מאפעס)

לייענט א אינטערוויא מיט הרב צבי פישער פון פארטלענד איבער די אנקומענדע ליקוי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל