וואשינגטאן – טראץ וואס ער האלט אז עס שאדט פאר'ן אמעריקאנער פאלק, און ער וויל אז דער סענאט זאל ווייטער טאן שריט דאס צו טוישן, האט טראמפ'ס "העלט און יומען סערוויסעס" סעקרעטאר טאם פּרייס נעכטן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט נישט לאזן אבאמאקעיר צוזאמפאלן און ער וועט ווייטער אינפארסירן אלע טיילן פונעם געזעץ, נאכדעם וואס דער סענאט איז דורכגעפאלן אין זייער לעצטע פארזוך אפצושאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן א נייעם סיסטעם אין פלאץ. פּרייס'ס פארשפרעכונג איז געקומען אלס איבערראשונג, וויבאלד עס קומט אין דער זעלבער צייט וואס טראמפ סטראשעט אין די לעצטע פאר טעג אז ער גייט דירעקט נישט אינפארסירן אבאמאקעיר און עס לאזן צוזאמפאלן. דאס "לאזן צוזאמפאלן" באדייט אז טראמפ סטראשעט אז ער וועט נישט באשטעטיגן די פרישע געלטער פאר העלט-אינשורענס פירמעס וועלכע דארפן האבן געלטער צו דעקן די שאדנס וואס זיי ליידן פון די מיליאנען בירגער וועלכע האבן ביליגע העלט-אינשורענס דורך אבאמאקעיר. אינשורענס פירמעס קוקן אצינד ארויס אויף א פעדעראלן געריכט צו אורטיילן צי טראמפ האט רעכט אפצושטעלן די צאלונגען פאר די אינשורענס פירמעס, אדער האט ער נישט רעכט דאס צו טאן, ווייל אונטער אבאמאקעיר האט די פעדעראלע רעגירונג זיך פארפליכטעט צו צאלן די געלטער פאר די אינשורענס פירמעס.




הוסף רשומת תגובה