וואשינגטאן – פילע רעפובליקאנער פאליטישאנס האבן נעכטן אויסגעדרוקט האפענונג אז פרעזידענט טראמפ'ס נייער ווייסע הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, וועט ברענגען ארדענונג און דיסציפלין אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע, צווישן אנדערע האט סענאטארשע סוזען קאלינס געזאגט אז קעלי האט די נויטיגע קוואליפיקאציעס פאר'ן דזשאב. קעלי איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ פרייטאג איבערצונעמען די פאזיציע, און היינט מאנטאג וועט זיין דער אפיציעלער ערשטער טאג וואס ער וועט דינען אלס שטאב הויפט, נאכ'ן איבערנעמען די לייצעס פון רעינס פריבוס וועלכער האט רעזיגנירט דאנערשטאג אין געהיים און טראמפ האט אין פובליק אקצעפטירט זיין רעזיגנאציע פרייטאג נאכמיטאג. באזונדער האט דער ווייסער הויז בודזשעט דירעקטאר, מיק מולוועיני (Mick Mulvaney), נעכטן געגעבן זעלטענע אפענע קאמענטארן איבער פריבוס'ס דורכפאל אלס שטאב הויפט, זאגנדיג אז פריבוס איז געווען צו רואיג און "רילעקסד", אין דער צייט וואס טראמפ האט געוואלט א שטאב הויפט וואס איז אגרעסיוו און פירט אויס זאכן.

בילד: רעפובליקאנער האפענונגספול איבער קעלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל