מאסעטשוסעטס – פאליציי אין מאסעטשוסעטס זוכן דריי פארשוינען וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין אראפווארפן זעקס מציבות אין איינע פון די עלטסטע אידישע בתי חיים אין מאסעטשוסעטס. דער וואנדאליזם האט פאסירט ביים האלאנדישן אידישן בית החיים אין מעלראוס, מאסעטשוסעטס, וואו די פאליציי זענען אלארמירט געווארן דאנערשטאג איבער דריי יוגנטליכע וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט אינעם בית החיים און וואנדאליזירט מציבות. ווען די פאליציי זענען אנגעקומען, זענען שוין די דריי געווען אנטלאפן, און ווי די פאליציי זאגט איז קיין שום אנטיסעמיטישע אויפשריפט אדער סימבאל נישט געפונען געווארן, אבער טראצדעם ווערט פארדעכטיגט אז ס'איז מעגליך דורכגעפירט געווארן מיט אנטיסעמיטישע מאטיוון. דער מעיאר פון מעלראוס, ראבערט דאולען, האט אין א סטעיטמענט פארדאמט די וואנדאליזם אטאקע, אנווייזנדיג אז דער בית החיים איז די דריטע עלטסטע אידישע בית החיים אין דער גאנצער סטעיט מאסעטשוסעטס, זייענדיג שוין אוועקגעשטעלט זייט יאר 859', און עס פארמאגט 475 קברים.

בילד: וואנדאליזם אויף היסטארישן מאסעטשוסעטס בית החיים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל