לאנדאן – דזשיהאדיסטן, וועלכע זענען א טייל פון דער אייסיס טעראר גרופע, האבן ארויסגעשיקט א רוף צו איסלאמישע גלויביגע, זיי זאלן אונטערנעמען טעראר אטאקע אויף שוהלן לענגאויס ענגלאנד אין לויף פון שבתים און ימים טובים, און אויך צו אטאקירן סיי וועלכע כשרע געשעפט, בוטשער אדער רעסטוראנט. די מיטל מזרח מידיא ריסוירטש "מעמרי" אגענטור, וועלכע איז באזירט אין וואשינגטאן די-סי, זאגט אז זי האט אויפגעדעקט די פלענער פון די טעראר גרופעס קעגן אידן אין ענגלאנד אויף מעסעדזשעס וואס דזשיהאדיסטן האבן אויסגעטוישט אויף דער "טעלעגראם" מעסעדזשינג פלאטפארמע. צווישן די מעסעדזשעס, האבן די דזשיהאדיסטן באצייכנט אידן מיט אלע סארט טשעפערייען און פארשעמנדיגע נעמען, זאגנדיג אז מען מוז אפהאלטן אידן פון האבן צוטריט צו זייערע שוהלן און ביזנעסער, פונקט ווי מדינת ישראל האט געוואלט אפהאלטן מוסולמענער פון האבן צוטריט צום על אקצא מעטשעט אויפ'ן הר הבית. די טעראריסטן האבן אויך ארומגעטוישט בילדער פון פארשידענע שוהלן אין לאנדאן און ליסטעס מיט אדרעסן פון אידישע געשעפטן.

בילד: אטאקע סטראשע אויף בריטישע אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל