דובאי – די פיר אראבישע לענדער וועלכע האבן אפגעהאקט באציאונגען מיט קאטאר עטליכע מאנאטן צוריק, האבן געמאלדן אז זיי זענען גרייט זיך אראפצוזעצן פירן געשפרעכן מיט קאטארישע רעגירונג באאמטע, אויסצוארבעטן דעם געפעכט און ברענגען אן ענדע צו דער אנגעצויגנקייט, אבער נאר אויב קאטאר וועט ארויסצייגן אן ערנסטע וויליגקייט נאכצוקומען כאטש טייל פון זייערע פארלאנגען. די מעלדונג איז געקומען ביי א זיצונג צווישן די אויסערן מיניסטארן פון באכרעין, סאודי אראביע, עגיפטן און די יונייטעד אראב עמירעיטס, וועלכע האבן זיך געטראפן אינעם באכרעינער הויפטשטאט מאנאמא, און עס קומט נאכדעם וואס פרואוון פון אמעריקע, פון קאוועיט און פון טערקיי צו ברענגען א לעזונג צום קריזיס האבן זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט. אנאליסטן האבן אנגעצייגט כאטש אויף איין גוטע אנטוויקלונג, אז ביי דער זיצונג צווישן די אויסערן מיניסטארן זענען נישט אנאנסירט געווארן קיין שום פרישע סאנקציעס און בלאקאדעס אויף קאטאר – א זאך וואס מען האט געהאט דערווארט, וואס דאס צייגט אז די 4 אראבישע גרויסמאכטן ווילן באמת צוריק עפענען זייערע באציאונגען מיט קאטאר.

מאפע: אראבישע לענדער ווילן קאטאר געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל