איראן – דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד שטייט אויס א שווערן טורמע אורטייל אויף זיבן באזונדערע קארופציע קלאגעס אין פארבינדונג מיט די יארן וואס ער האט געדינט אלס פרעזידענט. די מעלדונג איז געמאכט געווארן דורכ'ן פובליק פראקוראר אין איראן'ס "סופרים אודיט געריכט", וועלכער האט אויסגערעכנט איינס פון די פעלער, וואס שטאמט פון אכמעדינעזשאד'ס צווייטע טערמין אלס פרעזידענט, וואו ער האט מיסבאנוצט מער ווי צוויי ביליאן דאלאר וואס די רעגירונג האט פארלוירן סיי וועלכע שפורן פון די געלטער. דער שולד אורטייל איז געמאלדן געווארן פאר'ן איראנער פארלאמענט, וויבאלד דער "סופרים אודיט געריכט" איז אונטער קאנטראל פונעם פארלאמענט, אבער עס איז נישט קלאר צי עס איז פארגעקומען א פארמאלער פראצעס און צי אכמעדינעזשאד שטייט טאקע אויס א באלדיגן טורמע אורטייל, אדער וועט יעצט דער פארלאמענט איבערקוקן די באשולדיגונגען פונעם פראקוראר און דערנאך באשליסן. דער פרישער שטורעם ארום אכמעדינעזשאד קומט עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס ער האט פרובירט צוריקצוקומען צום פובליק לעבן, דורכ'ן לויפן פאר פרעזידענט, אבער ער איז אראפגעווארפן געווארן פונעם שטים צעטל.

בילד: אכמעדינעזשאד שטייט אויס טורמע אורטייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל