וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן דורכגעפירט א פלי רייזע מיט צוויי פארגעשריטענע מיליטערישע באמבארדירונג פליגערס העכער צפון קארעא, צו צייגן מאכט און א שטארקע ווארענונג פאר דעם קאמוניסטישן רעזשים, צוויי טעג נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א פרישן טעסט אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל. די 2 אמעריקאנער "בי-1-בי" פליגערס זענען ארויסגעפלויגן פון א מיליטערישער באזע אויפ'ן יאפאנעזער אינזל גואם, און העכער קארעא, האבן זיך אנגעשלאסן מיליטערישע פליגערס פון יאפאן און דרום קארעא, פליענדיג אינאיינעם מיט די 2 אמעריקאנער פליגערס, צו שיקן א שארפן מעסעדזש פון א פאראייניגטן פראנט אין פאל צפון קארעא וואגט זיך אונטערצונעמען סיי וועלכע עכטע מיליטערישע אגרעסיעס. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדאר, ניקי העילי, האט אויך נעכטן געווארנט אז "די צייט פאר סתם רעדן איבער צפון קארעא, איז פארטיג". באזונדער האט אמעריקע דורכגעפירט א פרישן סוקסעספולן פרואוו פון איר מיסיל שוץ סיסטעם, אראפשיסנדיג א מיטלמעסיגן באליסטישן מיסיל.

בילד: אמעריקאנער דזשעטס העכער קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל