מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן באשטעטיגט אז זיין רעגירונג האט פארארדענט 755 אמעריקאנער דיפלאמאטן צו פארלאזן רוסלאנד, און דער דעדליין דערפאר איז סעפטעמבער 1. אלעס אינאיינעם זענען פארהאן ארום 1,100 אמעריקאנער דיפלאמאטן אין רוסלאנד, וואס באדייט אז בלויז ארום 400 וועלן פארבלייבן. דער שריט איז פיל מער אגרעסיוו ווי דאס וואס אמעריקע האט ארויסגעווארפן 35 רוסישע דיפלאמאטן פארלאפענעם יאנואר אלס נקמה פאר רוסלאנד'ס וואל העקערייען.

פוטין האט געזאגט אז דאס קומט אין דירעקטער רעאקציע צו אמעריקע'ס פרישע סאנקציעס קעגן רוסלאנד, וועלכע מ'דערווארט אז פרעזידענט טראמפ וועט אונטערשרייבן, און אז רוסלאנד האט צוגעגרייט ווייטערדיגע שריט קעגן אמעריקע, אבער דערווייל ווארט זי צו זען וואס ס'וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע וואכן. ווי עס האלט יעצט דער מצב – זאגט פוטין – זעט נישט אויס אז די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד וועלן זיך פארבעסערן אינעם נאענטן צוקונפט.

בילד: רוסלאנד ווארפט ארויס 755 אמעריקאנער דיפלאמאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל