מינעאפאליס – מארגן וועט אפגעצייכנט ווערן צען יאר פון ווען ס'האט פאסירט דער טראגישער צוזאמפאל פון א בריק אין מינעסאטע, וואס יענע טראגעדיע האט געברענגט וואכזאמקייט צום פאקט אז אמעריקע'ס בריקן, טונעלן און שאסייען ווערן פארעלטערט און די פעדעראלע רעגירונג דארף אונטערנעמען אינוועסטמענטס עס איבערצובויען. דער צוזאמפאל האט פאסירט אויפן "אינטערסטעיט 35-דאבעליו" בריק, וועלכע לויפט דורך העכער'ן מיסיסיפי טייך אין דאונטאון מינעאפאליס, ווען פלוצלינג, אינעם פארנומענעם נאכמיטאג פון אוגוסט 1 יאר 07', האט זיך די בריק געגעבן א לייג צוזאם. הונדערטער קארס און טראקס זענען אריינגעפאלן אין וואסער, ווערנדיג פארכאפט אונטער די הויפנס ברוכווארג, אריינגערעכנט א סקול באס וועלכע האט געפירט 52 סטודענטן. ביי דער ענדע זענען 13 מענטשן אומגעקומען און 145 זענען פארוואונדעט געווארן. די געשיכטע האט צעטרייסלט דאס לאנד און מ'האט דאן גערופן פאר גרונטליכע פעדעראלע אויספארשונגען, וואס צום סוף האט מען דעצידירט אז א פעלער אינעם בריק'ס דעזיין האט געברענגט דעם צוזאמפאל, און די סטעיט און 2 קאנטראקטערס האבן ארויסגעצאלט 100 מיליאן דאלער קאמפענסאציע. מינעסאטע באאמטע פלאנירן יעצט נישט קיין גרויסע צערעמאניעס אפצוצייכענען די טראגעדיע, נאר עטליכע שטילע צערעמאניעס וועלן אפגעהאלטן ווערן פאר די אומגעקומענע און פארוואונדעטע.

בילד: 10 יאר פון מינעסאטע בריק טראגעדיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל