האוואאי – אין דער שטאט האנאלולו אין האוואאי האבן די אויטאריטעטן באשטעטיגט א געזעץ וואס וועט פארבאטן פיסגייער פון קוקן אויפ'ן סעלפאן בשעת׳ן אריבערגיין די גאס ביי "קראסוואלקס", וואס דערמיט איז האנאלולו די ערשטע גרויסע אמעריקאנער שטאט צו שטעלן סעלפאון צוימונגען אויף פיסגייער. דאס געזעץ איז געצילט צו רעדוצירן די צאל עקסידענטן וואס פאסירן ווען מענטשן גייען אריבער די גאס פארטיפט אינעם סעלפאון און קוקן נישט אויף די פארנדיגע אויטאס. עס וועט אריינגיין אין קראפט ערשט אום אקטאבער 25, און ביז דעמאלט וועלן פאליציי אפיצירן שטיין ביי אלע קראסוואלקס און ווארענען פיסגייער, כדי מ'זאל זיך צוגעוואוינען צום נייעם געזעץ. פארלעצער וועלן קענען באשטראפט ווערן ביי א מינימום פון פופצן דאלאר ביז 90 דאלער א טיקעט, אבער די באאמטע זאגן אז רעדן אויפן סעלפאון איז דערווייל ווייטער געהעריג לעגאל ביים אריבערגיין די "קראסוואלקס". אנדערע שטעט און סטעיטס האבן באגריסט האנאלולו'ס שריט, זאגנדיג אז זיי באטראכטן ענליכע שריט איינצוצוימען באנוץ פון סעלפאונס פאר פיסגייער.

בילד: האנאלולו צוימט טעקסטן פאר פיסגייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל