קווינס – ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן זאגן אז א באמבע וועלכע האט אויפגעריסן פרייטאג אין א היים אין קווינס, פארוואונדענדיג דעם לענדלארד, האט עכט געצילט א מיטגליד פון א קרימינאלער באנדע. דער אויפרייס האט פאסירט אין א הויז אין ברוקוויל, קווינס, וואו דער לענדלארד דזשארדזש רעי האט אריינגענומען א באקס אין שטוב, נאכ'ן זען ווי ס'ליגט שוין עטליכע טעג אויף די טרעפ פונעם הויז. אבער ס'האט דערנאך אויפגעריסן א באמבע אינעם באקס, און דער לענדלארד רעי האט געליטן ערנסטע וואונדן און קעמפט יעצט פאר זיין לעבן אינעם נעסאו יוניווערסיטי שפיטאל. די פאליציי זאגט אז די באמבע איז אהינגעלייגט געווארן צו צילן א מיטגליד פון דער ״בלאדס״ גענג באנדע, וועלכער וואוינט אינעם הויז, און א גרונטליכע אויספארשונג איז געעפנט געווארן צו דערגיין די אידענטיטעט פון די פארשוינען וועלכע האבן אהינגעשטעלט די באמבע, אבער דערווייל האט די פאליציי נישט באוויזן צו באקומען קאאפעראציע פונעם "בלאדס" באנדע מיטגליד וועמען די באמבע האט עכט געצילט.

בילד: גענג באמבע פארוואונדעט לענדלארד אין קווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל