יאפאן – די ספרינט ווייערלעס קאמיוניקאציע פירמע האט אנגעהויבן באטראכטן אנדערע אפציעס פאר איר צוקונפט, ווי איידער זיך צוזאמצושטעלן מיט איר קאנקורענט טי-מאביל, וואס אזא צוזאמשטעל איז דערווייל בכלל נאכנישט געקומען נאענט צו רעאליטעט. יאפאן'ס "סאפטבאנק" קאנטראלירט ספרינט, און זיי האבן ארויסגעשטעלט א פארשלאג דורך וועלכע ס'וועט געגרינדעט ווערן א נייע ווייערלעס קאמיוניקאציע פירמע און אונטער דער נייער פירמע וועט זיין אונטערגעווארפן ספרינט און די טשארטער קאמיוניקאציע פירמע. די לאנג-פארצויגענע שפעקולאציעס, אז טי-מאביל וועט זיין אינטערעסירט זיך צוזאמצושטעלן מיט ספרינט, זענען אפגעשוואכט געווארן נאכדעם וואס טי-מאביל האט באקומען גאר גוטע פאראויסשאצונגען אויפ'ן צוקונפט, און אינוועסטמענט עקספערטן האבן געזאגט אז טי-מאביל איז די קומענדיגע גרעסטע ווייערלעס קאמיוניקאציע פירמע אין אמעריקע, און דעריבער האט ספרינט אנגעהויבן באטראכטן אנדערע אפציעס, אבער אויך טשארטער וועט מעגליך נישט זיין אינטערעסירט אין א צוזאמשטעל מיט ספרינט, וויבאלד טשארטער איז ווערד 94 ביליאן דאלאר, און ספרינט א מאגערע 32 ביליאן דאלאר.

בילד: ספרינט וויל נישט טי-מאביל צוזאמשטעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל