כינע – מאכט זיך אמאל אז די בני-בית וויל פארן צו א גרויסן "שאפינג מאלל", זיך ארומצודרייען דארטן און איינקויפן עטליכע שטונדן, אבער איבריג צו זאגן אז די מענער האבן קיין סאך געדולד אנטיילצונעמען אין אזא אקטיוויטעט. א איד נעמט זיך מיט א קליין משניות'ל צו לערנען אין קאר בשעת'ן אויסווארטן די "שאפינג," אדער רופט מען אן א תורה'דיגע טעלעפאן ליניע צו הערן עפעס שיעורים און ידיעות התורה – אבער להבדיל דער גוי האט נישט דאס אלעס, אלזא וואס טוט מען אין דער צייט וואס די פרוי "שאפּט"? די "ראוואו סמארט" טעכנאלאגיע פירמע אין כינע זאגט אז זי איז אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק וויאזוי די מענער קענען פארברענען די צייט אינעם שאפינג מאלל, אויב קומט מען יא אריין און מען פארלירט דאס געדולד זיך ארומצודרייען פון איין געשעפט צום צווייטן. די פירמע האט אינסטאלירט ספעציעלע "מענער בודקעס" אינעם "גלאבאל הארבאר" שאפינג מאלל אין שאנכאי, וואס די בודקעס זענען קליינע גלאזענע סטרוקטורן מיט באקוועמע בענקלעך און פארשידענע שפילערייען אינעווייניג, אויסגעשטאט פאר די ליידיגגייער צו פארברענגען די שטונדן מיט'ן שפילן, ווילאנג די פרוי שפענדעט אויס די שווער-פארדינטע דאלארן... אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר.

בילד: ווען די מענער האבן נישט קיין געדולד צו "שאפּינג"...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל