ירושלים – א סענזאציאנעלע געשיכטע ווערט באריכטעט איבער דעם וואס א אידיש מיידל, אן אייניקל פון צוויי האלאקאוסט איבערלעבער, איז ארויסגעקומען און זיך מודה געווען אז זי האט גערויבט חפצים פונעם אוישוויץ מארד לאגער. ווי דאס מיידל פון דער בידאס פאמיליע זאגט, האט זי אין די לעצטערע יארן זעקס מאל באזוכט אוישוויץ, און יעדעס מאל האט זי זיכער געמאכט אריינצופאקן אין איר רוקנזאק עטליכע חפצים פון דארטן, אריינגערעכנט שטיקער גלאז, קליינע טעלערס אין וועלכע מ'האט די העפטלינגען געגעבן עסן, זאמד, א מעטאלענע נאגל, א קליין לעפל און אויך א קליינע שילד וועלכע ווארנט באזוכער גארנישט אוועקצונעמען פון אוישוויץ... זי זאגט אז זי האט געוואוסט בשעת'ן אוועקנעמען די זאכן אז זי פארלעצט פוילישע געזעצן וועלכע זאגן אז מען זאל גארנישט אוועקנעמען, אבער זי האט דאס געטאן אלס א סימבאלישע אקט, ווייל אוישוויץ איז געווען דער ארט וואו געזעצן פון מענטשליכקייט און רחמנות זענען דארטן פארלעצט געווארן אין לויף פונעם קריג מיט די מארדן פון הונדערטער טויזנטער אידן. די פירער פונעם אוישוויץ מוזעאום זאגן אז טראץ דעם עמאציאנעלן סענטימענט פון דאס מיידל, וועלן זיי אריינגעבן אן אנקלאגע אין פוילישע געריכט קעגן איר.

בילד: איבערלעבער'ס אייניקל רויבט אוישוויץ חפצים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל