וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א זיצונג מיט רעפובליקאנער סענאטארן אין ווייסן הויז, וואו ער האט שארף אראפגעריסן און אטאקירט דעם רעפובליקאנער סענאט פירער, מיטש מעקאנעל, פאר'ן דורכפאלן צו באשטעטיגן א העלט-קעיר ביל, און טראמפ האט פארלאנגט אז מעקאנעל זאל פארארדענען אלע סענאטארן צו פארבלייבן אין וואשינגטאן, ביז מען וועט באשטעטיגן א ביל וואס טוט בלויז אנולירן אבאמאקעיר, און שטעלט נישט אוועק קיין נייעם סיסטעם אין פלאץ – א זאך וואס כאטש 5 רעפובליקאנער סענאטארן האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן נישט שטימען דערויף. מעקאנעל פלאנירט צו סקעדזשועלן אן אפשטימונג אויף אזא זאך פאר קומענדיגע וואך, און פונקט נעכטן האט די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס פובליצירט א באריכט, אין וועלכע זי שאצט אז אויב וועלן די רעפובליקאנער טאקע באשטעטיגן א ביל בלויז אפצושאפן אבאמאקעיר און נישט אריינשטעלן קיין נייעם סיסטעם אין פלאץ, וועלן מער ווי דרייסיג מיליאן אמעריקאנער פארבלייבן אן העלט אינשורענס ביז יאר 026'.

בילד: טראמפ צווינגט סענאט איבער העלט-קעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל