וואשינגטאן – אין א צייט וואס אין וואשינגטאן איז מען פארנומען זיך צו קאכן מיט'ן אנגייענדיגן סקאנדאל ארום טראמפ און רוסלאנד, האט מען נעכטן געהערט אן אויפדעקונג איבער א סקאנדאל ארום דעם געוועזענעם פרעזידענט–קאמפיין פון פרוי קלינטאן. אויספארשער פון דער "אפיס אוו ספעשל קאונסיל" – וועלכע איז א זעלבסטשטענדיגע רעגירונג היטער גרופע – האבן אויפגעדעקט אז הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב דער פעדעראלער פאסט אפיס זענען געווען פארמישט אין סיסטעמאטישע פארלעצונגען פון פעדעראלע געזעצן, ווען זיי האבן געלייגט דרוק אויף לאקאלע פאסט אפיס מענעדזשערס איבער'ן לאנד צו ערלויבן איינגעשטעלטע צו נעמען אורלויב פאראיאר אינעם הערבסט סעזאן, כדי די איינגעשטעלטע זאלן קענען דינען אלס וואלונטירן פאר'ן קאמפיין פון פרוי קלינטאן. די פאסט אפיס ארבעטער יוניאן האט אפיציעל און אפן געשטיצט פרוי קלינטאן, און דאס איז נישט קיין פארלעצונג, נאר די פארלעצונג איז געווען דאס וואס די פאסט אפיס הויכראנגיקע באאמטע האבן אקטיוו ארויסגעהאלפן און פאראויסגעשטופט די ארבעטער צו באקומען אורלויב צו קענען קאמפיינען פאר קלינטאן. דער סענאט האט געזאגט אז זי וועט אונטערנעמען אן אויספארשונג.

בילד: פרישער קלינטאן קאמפיין סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל