וואשינגטאן – דער לאנגיעריגער און איינפלוסרייכער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשאן מעקעין, וועלכער איז אין יאר 08' געלאפן פאר פרעזידענט קעגן באראק אבאמא, איז נעכטן דיאגנאזירט געווארן מיט דער ביטערער מחלה פון קענסער ל"ע אויפ'ן מח. מעקעין איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאריגע וואך, וואו ער איז אריבער אן אפעראציע אראפצונעמען א "בלוט אנקלייבונג" העכער'ן אויג, און נאכ'ן ענדיגן די אפעראציע, האבן די דאקטוירים אנטפלעקט א געוויקס, וואס זיי האבן נעכטן דיאגנאזירט אלס קענסער. מעקעין איז אכציג יאר אלט, און האט שוין דורכגעמאכט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס אין לויף פון די יארן, באזונדער האט ער געליטן שטארקע פיזישע וואונדן נאכדעם וואס ער איז געהאלטן געווארן א לענגערע צייט אלס מיליטערישער ארעסטאנט דורך די קאמוניסטישע קרעפטן אין וויעטנאם, וואו מעקעין האט געקעמפט אלס אמעריקאנער זעלנער. אין ליכט פון די נייעס פונעם טרויעריגן דיאגנאז, האט מען געהערט פאזיטיווע סטעיטמענטס און היילונג וואונטשן פון פרעזידענט טראמפ און אנדערע פאליטישאנס, צווישן אנדערן פון געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא און אויך פון פרוי קלינטאן.

בילד: סענאטאר מעקעין דיאגנאזירט מיט קענסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל