פלארידע – מער און מער אמעריקאנער סיטיס הייבן אן צו פארלאנגען פון איינוואוינער וועלכע בויען נייע הייזער און פון ריעל עסטעיט דעוועלאפערס, אז זיי מוזן אינסטאלירן סאלאר–פאנעלן אויף די דעכער. נעכטן איז געווען באריכטעט אז די שטאט סאוט מיאמי אין פלארידע איז געווען די ערשטע סיטי אין פלארידע צו באשטעטיגן אזא סארט געזעץ, וועלכע צווינגט אז נייע הייזער זאלן האבן אויף די דעכער סאלאר פאנעלן, וואס דאס נייע געזעץ זאגט אז יעדע נייע הויז וואס ווערט געבויט, וועט דער בויער אדער אייגנטימער זיין געצווינגען ארויפצושטעלן סאלאר פאנעלן, מיט'ן ציל צו שפארן עלעקטעריציטעט און ארויסהעלפן די ענווייראמענט. אויך אזעלכע איינוואוינער וואס נעמען אונטער אויסברייטערונג פון זייערע הייזער, וועלן מוזן אינסטאלירן סאלאר פאנעלן אויב זיי פארגרעסערן זייער היים מיט 75 פראצענט מער ווי די ביז יעצטיגע גרויסקייט. סאוט מיאמי איז בלויז די דריטע סיטי אין גאנצן לאנד אריינצושטעלן אזא געזעץ אין קראפט, וואס נאר סאן פראנציסקא און צוויי אנדערע קליינע קאליפארניע שטעטלעך האבן אזעלכע געזעצן.

בילד: מער סיטיס פארלאנגען סאלאר–פאנעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל