וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל, וועלכע האט געגעבן סיי פאר פרעזידענט טראמפ און סיי פאר זיינע קעגנער עפעס מיט וואס צו קענען דערקלערן זיג. דער סופרים קאורט אורטייל האט זיך באצויגן אויף אן אורטייל וואס דער פעדעראלער האוואאי ריכטער דעריק וואטסאן האט פאריגע וואך ארויסגעגעבן, זאגנדיג אז דאס בלאקירן פליטים פון אריינקומען קיין אמעריקע איז נישט אויסגעהאלטן, און אויך האט וואטסאן געאורטיילט אז דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז זיידעס, באבעס און אייניקלעך ווערן נישט באטראכט אלס גענוג נאענטע קרובים צו קענען אריינגעלאזט ווערן פון די 6 מוסולמענער לענדער, אויב זיי האבן אזעלכע סארט קרובים אין אמעריקע, איז אויך נישט אויסגעהאלטן, ווייל זיידעס, באבעס און אייניקלעך זענען יא נאענטע קרובים. האט דער סופרים קאורט געאורטיילט, אז מיט דעם איז וואטסאן גערעכט, אז זיידעס, באבעס און אייניקלעך דארפן יא אריינגעלאזט ווערן אויב זיי האבן אזעלכע קרובים אין אמעריקע, אבער אין דער זעלבער צייט — האט דער סופרים קאורט אויך געאורטיילט — איז וואטסאן נישט גערעכט, ווייל דער פרעזידענט האט יא לעגאלע מאכט צו באשטעטיגן א פארבאט אויף אריינצונעמען סיי וועלכע פליטים.

בילד: סופרים קאורט: אינפארסירן טראוועל פארבאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל