מאנהעטן – דער עם-טי-עי פירער, דזשאו לאוטע, וועלכער איז געלאפן עטליכע יאר צוריק אלס רעפובליקאנער מעיאר קאנדידאט, האט נעכטן שארף אראפגעריסן ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא, זאגנדיג אז דעבלאזיא זאל אויפהערן קריטיקירן זיין פארשלאג צו פארבאטן עסנווארג אויף ניו יארק סיטי סאבוועי באנען. דעבלאזיא האט קאמענטירט אויף א באריכט אז לאוטע באטראכט א פלאן צו פארבאטן עסנווארג אויף באנען, וויבאלד עס לייגט אן א שמוץ אויף די באנען און פארשווערט נאר די ארבעט פון רייניגן די וואגאנען און עס מאכן גרייט און ריין צייטליך פאר די קומענדיגע פאסאזשירן, און ער האלט אז די סיטי וועט זיך שפארן אסאך געלט אויב וועט מער נישט טארן ארויסנעמען קיין עסנווארג אויף די באנען. דעבלאזיא האט געזאגט אז לאוטע'ס פלאן איז לעכערליך, ווייל פילע ניו יארקער ארבעטן אזוי שווער, אז די איינציגסטע צייט וואס זיי האבן צו כאפן א ביסן, איז בשעת'ן זיצן אויפ'ן סאבוועי. דערויף האט לאוטע געזאגט אז דעבלאזיא זאל זיך בעסער האלטן דאס מויל און גארנישט אריינרעדן.

בילד: קריג צווישן עם-טי-עי הויפט און דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל