ניו יארק – נעכטן האט מען געהערט געמישטע ציפערן איבער'ן צושטאנד פון דער "יונייטעד" לופטליניע. אינדערפרי האט די לופטליניע פובליצירט אירע ציפערן פונעם לעצטן פערטל, און עס האט געצייגט איבערראשנדע גוטע נייעס, ווען זי האט פארדינט פראפיטן פון 818 מיליאן דאלאר, וואס איז מיט 39 פראצענט מער ווי אינעם זעלבן פערטל א יאר צוריק, און אויך האט יונייטעד געזאגט אז אלעס אינאיינעם זענען געפארן 71 מיליאן פאסאזשירן מיט אירע פליגערס אינעם ערשטן העלפט פון יאר 17', וואס איז מיט 4.2 פראצענט העכער ווי די ערשטע האלב פון יאר 16'. די איבערראשונג אין די פאזיטיווע ציפערן איז וויבאלד יונייטעד איז אויסגעשטאנען א קאמפיין פון פאסאזשירן און אקטיוויסטן אז מען זאל איר באיקאטירן נאכדעם וואס א כינעזער פראפעסאר איז ברוטאל אראפגעווארפן געווארן פון איר'ס א פליגער אין שיקאגא, פאר'ן נישט וועלן אויפגעבן זיין זיץ פאר א יונייטעד איינגעשטעלטן. אבער טראץ די פאזיטיווע ציפערן, האבן אינדוסטריע עקספערטן פאראויסגעזאגט נעכטן אז דער קומענדיגער פערטל וועט זיין שוואך פאר יונייטעד, און דאס האט געברענגט אז אירע סטאקס זענען געפאלן מיט 5.9 פראצענט.

בילד: געמישטע ציפערן פאר יונייטעד לופטליניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל