וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען די נאציאנאלע האריקעין צענטער באאמטע האבן געמאלדן עטליכע טעג צוריק אז עס פארמירט זיך א טראפישער שטורעם ביים נאמען "דאָן" אינעם אטלאנטיק אקעאן, מיט דער מעגליכקייט אז עס וועט קריגן די שטארקייט פון א האריקעין. די סענזאציע האט זיך געשאפן ווען מען האט אינאכט גענומען איבער'ן נאמען פונעם טראפישן שטורעם, וואס "דאָן" איז איז דער פארקורצטער נאמען פון דאנאלד און פילע רופן פרעזידענט טראמפ מיט אט דעם קורצן נאמען. די אינטערנאציאנאלע מעטעאראלאגיסטן צענטער האט געזאגט, אז זי האט נישט געהאט קיין שום פאליטישע מאטיוון אונטער'ן נאמען, נאר דער נאמען איז שוין ארויפגעשטעלט געווארן אויף דער ליסטע מיט עטליכע יאר צוריק, היות די ליסטעס גייען אויף א סדר פון די ענגלישע אלפאבעטן, און היי יאר זענען שוין געווען 3 שטורעמס, האט מען שוין אויסגענוצט די שטורעמס וואס זייערע נעמען הייבן זיך אן מיט די אלפאבעטן "עי", "בי" און "סי", און יעצט האלט מען ביי "די", וואס איז אויף דער ליסטע "דאן". למעשה האט טראפישער שטורעם "דאן" זיך בארואיגט, און איראניש איז געווען וואס דער נאציאנאלער האריקען צענטער האט קאמענטירט, אז "שטורעם דאָן איז גאר קליין און איז בכלל נישט גוט ארגאניזירט"... אין אנדערע וועטער/פאליטיק נייעס, פארמירט זיך א קליינער שטורעם אינעם פאציפישן אקעאן, ביים נאמען "הילערי".

בילד: דער פרעזידענט און דער שטורעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל