פאריז – די טעמע פונעם ביטערן צווייטן וועלט קריג איז געווארן א פאליטישע אישו אין די לעצטע צוויי טעג אין פראנקרייך, ווען פאליטישאנס האבן זיך אנגעהויבן ארומרייסן איבער פראנקרייך'ס ראלע אינעם האלאקאוסט. דער פראנצויזישער פרעזידענט, עמאניועל מאקרון, האט אין א רעדע עטליכע טעג צוריק געזאגט אז די פראנצויזישע רעגירונג איז געווען פאראנטווארטליך פאר די מאסן דעפארטאציעס און מארדן פון פראנצויזישע אידן ביים צווייטן וועלט קריג, ווען די נאציס האבן אקופירט פראנקרייך. זשאן לוק מעלענשאן, דער פירער פון דער לינקער ליבעראלער פארטיי, האט נעכטן אפגעשריבן א לענגערן ארטיקל אראפרייסנדיג פרעזידענט מאקרון פאר'ן זאגן אז די פראנצויזישע רעגירונג איז שולדיג אין ארויסהעלפן די נאציס מיט'ן האלאקאוסט, ווען אין רעאליטעט האט געהערשט א נאציסטישע ווישי רעזשים בשעת דער נאצישער אקופאציע, און די לעגיטימע פראנצויזישע רעגירונג איז דאן געווען פארטריבן און האט זיך אויפגעהאלטן אין לאנדאן, ענגלאנד.

בילד: זשאן לוק מעלענשאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל