ריאד – מיט א מאנאט צוריק האט מען געהערט אז דער קעניג פון סאודי אראביע, קעניג סאלמאן, האט אויפגעשאקלט זיין מלוכה, ווען ער האט געשטעלט זיין זוהן מוכאמעד בין סאלמאן צו זיין דער אפיציעלער "קרוין פרינץ" פון דער מלוכה, ערזעצנדיג קעניג סאלמאן'ס ברודער'ס קינד, מוכאמעד בין נאאיף, וועלכער האט ביז יעצט געדינט אלס קרוין פרינץ. מוכאמעד בין סאלמאן האט ביז יעצט געדינט אלס קעניג סאלמאן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער, אבער דער קעניג האט געוואלט פארשטארקערן זיין זוהן'ס מאכט, און אינאיינעם מיט דעם וואס ער האט באקומען די ראלע אלס נייער קרוין פרינץ, איז ער אויך געשטעלט געווארן אלס דעפיוטי פרעמיער מיניסטער. ווען די אויפשאקלונג איז געמאלדן געווארן, איז דאס אויפגענומען געווארן מיט וואונדער, און נעכטן האט א באריכט אינעם "ניו יארק טיימס" אויפגעדעקט אז די סיבה דערצו איז געווען ממש ווי א פוטש וואס קעניג סאלמאן האט דורכגעפירט קעגן דער געווענליכער ארדענונג פון דער מלוכה ירושה, און ער האט עס געטאן ווייל קרוין פרינץ נאאיף איז געווען געבונדן צו דראגס און ס'איז געווען א זארג אז ער איז נישט פאסיג צו שטיין נומער 2 אונטער'ן קעניג.

בילד: מוכאמעד בין סאלמאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל