איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג-קאנטראלירטע נייעס אגענטורן האבן נעכטן פובליצירט א סעריע באריכטן אין וועלכע זיי האבן אויפגעדעקט פונקטליכע דעטאלן איבער די מיליטערישע באזעס וואס דאס אמעריקאנער מיליטער פארמאגט לענגאויס צפון סיריע. דערמיט האט טערקיי קלאר געשטעלט אין געפאר די לעבנס פון די עטליכע הונדערט אמעריקאנער זעלנער וועלכע קעמפן אין סיריע קעגן אייסיס. די טערקישע באריכטן האבן אויסגערעכנט די צאל געהיימע באזעס וואס אמעריקע פארמאגט אין סיריע, און גענוי די צאל זעלנער, און וואו יעדע גרופע זעלנער איז סטאנציאנירט, עס טוענדיג אלס טייל פון זייער קאמפיין אויסצודרוקן אויפברויז איבער'ן פאקט וואס די אמעריקאנער זעלנער ארבעטן האנט ביי האנט מיט קורדישע זעלנער, וואס טערקיי איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן די קורדן וועלכע פארלאנגען פון זיי א זעלבסטשטענדיגע טעריטאריע. דער פענטאגאן האט אין א סטעיטמענט רעאגירט מיט גרויס אויפברויז איבער די באריכטן, זאגנדיג אז דאס שטעלט אין געפאר די לעבנס פון אמעריקאנער זעלנער, וועמענס בלוט וועט זיין אויף די הענט פון די טערקן, אויב עפעס פאסירט.

בילד: טערקיי פובליצירט אמעריקע'ס סיריע באזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל