וואשינגטאן. — די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט די סי-איי-עי אפצושטעלן די פראגראמען דורך וועלכע זיי האבן געשיקט וואפנס פאר די סירישע רעבעלן און אויך צוגעשטעלט מיליטערישע טרענירונג פאר די רעבעלן, צו קענען קעמפן קעגן דעם רעזשים פון באשאר אסאד אין סיריע. דער פראגראם פון באוואפענען און טרענירן די סירישע רעבעלן, איז געווען א צענטער-פונקט פון די סיריע פאליסי פונעם געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, וועלכער האט דאס געלאזט אין גאנג אין יאר 13', אבער אפילו די שטיצער פונעם פראגראם האבן מודה געווען לעצטנס אז ס'איז נישט אפעקטיוו.

פעדעראלע באאמטע האבן געזאגט אז דאס אפשטעלן די שטיצע פאר די רעבעלן, איז א טייל פון א סטראטעגיע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע אויסצוהאמערן א וועג צו ארבעטן אינאיינעם מיט רוסלאנד צו ברענגען אן ענדע צו דער בירגער קריג אין סיריע, וואס רוסלאנד האט נישט געשמעקט אז אמעריקע שטיצט רעבעלן וועלכע קעמפן קעגן זייער פריינט באשאר אסאד. אויך איז דאס אפשטעלן די שטיצע אן אומדירעקטע דעקלעראציע אז אמעריקע זוכט נישט דוקא אומצעווארפן אסאד פון אמט. דאס אמעריקאנער מיליטער וועט אבער יא ווייטער ארבעטן מיט רעבעלן גרופעס צו באקעמפן אייסיס טעראריסטן לענגאויס סיריע.

בילד: טראמפ שטעלט אפ באוואפענונג און הילף פאר סירישע רעבעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל