דעמאקראטישע געזעצגעבער אין קאנגרעס האבן היינט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אין וועלכע זיי האבן שארף אראפגעריסן די קאמיטע וועלכע די אדמיניסטראציע האט אויפגעשטעלט צו פארשן אנגעבליכע וואל שווינדלערייען. דאס פאלגט נאך א בריוו אדרעסירט צום וויצע פרעזידענט מייק פענס, אונטערגעשריבן דורך א גרופע געזעצגעבער, אין וועלכע זיי רופן פאר׳ן וויצע פרעזידענט צו אפזאגן דעם פארזיצער פון די קאמיטע, קריס קאובאך, דער סעקערטערי אף סטעיט פון קענזעס, וואס איז אויסגעשפראכן מיט זיין רעטאריק איבער וואל שווינדלערייען, און איז דעריבער געווארן ערוועלט דורכ'ן פרעזידענט.

זיי צייגן אן, אז די סארט רעטאריק איבער פעלשערייען איז געצילט צו בארעכטיגן שטרענגערע וואל רעגולאציעס, וועלכע פירט צו דעם אז פולע שטים בארעכטיגטע קענען נישט ארויסקומען שטימען, ווייל זיי קומען נישט נאך די ביוראקראטישע פראצעדורן. זיי ווייזן אן, אז די טאקטיק וועט מערסטענס אפעקטירן די ארימע געמיינדעס ווי די מענטשן האבן נישט די צייט און די געלט צו גיין צו די שטאטישע ביוראען און דורכגיין די פראצעדורן צו באקומען א פאטא איי. די. און דאס גלייכן.

עטליכע סטעיטס האבן זיך שוין אנטזאגט צו מיטארבייטן מיט די קאמיטע.

בילד: פרעזידענטס ׳וויילער שווינדל קאמיטע׳ ברענגט פארטייאישע שטרייט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל