היינט איז אויפגעדעקט געווארן אז פרעזידענט טראמפ האט זיך נאכאמאל געטראפן מיט׳ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין דורכאויס די דשי-20 סאמיט, אויסער די באגעגעניש וואס איז געדעקט געווארן אין די מידיע און איז געווען עפנטליך, די געשפרעכן זענען פארגעקומען שפעטער אין טאג ווען וועלט פירער האבן זיך געטראפן ביי א דינער, פוטין און טראמפ האבן דאן אפגעהאלטן נאך א געשפרעך וואס האט אנגעהאלטן איבער א שעה, לויט די באריכט האט טראמפ געטוישט פלאץ צו קענען זיצן נעבן פוטין און פארברענגט מיט אים איבער א שעה. דאס איז געווען נאכדעם וואס די ארגינעלע סאמיט האט זיך פארצויגן מער ווי דאפלט פון די געפלאנטע צייט.

די נאנטקייט צווישן פוטין און טראמפ און ספעציעל די פאקט אז די צווייטע באגעגעניש איז באהאלטן געווארן ברענגט זארג צווישן אמעריקע׳ס אליאירטע לענדער אין אייראפע אז פוטין נוצט כיטרע טאקטיקן צו געווינען דאס הארץ פונעם אמעריקאנער פרעזידעט וועלכע פאלט אריין אין זיין פאסטקע, און זיי פארכטן זיך אז דאס קען מוטיגן רוסישע אגרעסיע קעגן אירע שכנים. א אנוועזנער ביי די דינער האט געזאגט פאר די פרעסע אז וועלט פירער זענען געווען איבעראשט און אנטוישט אז פון אלע וועלט פירער האט דער אמעריקאנער פרעזידענט אויסגעוועלט צו צייגן א נאנטקייט און פריינטשאפט דווקא מיט׳ן רוסישער פרעזידענט וועלכער שטעלט א געפאר צו די סטאביליטעט פון אייראפע און די וועלט.

אזעלכע סארט געשפרעכן ווערן נישט רעקארדירט אדער באריכטעט דעריבער איז עס א געלעגנהייט פאר וועלט פירער צו רעדן מער אפן. דאס ווייסע הויז האט באשטעטיגט די באריכטן, אבער אוועקגעמאכט די מידיע באריכטן אז עס האנדלט זיך פון א ׳געהיימע׳ באגעגעניש, זאגנדיג אז אלע וועלט פירער האבן געשמועסט איינע מיט די אנדערע און עס איז געווען בלויז א אומפארמאלע שמועס און נישט קיין אפיציעל געשפרעכן, פרעזידענט טראמפ האט קריטיקירט די מידיע פאר׳ן אויפבלאזן די אינצידענט און שאפן דערפון נאך א ׳סקאנדאל׳.

בילד: פרעזידענט טראמפ און פוטין האבן אפגעהאלטן אומבאריכטעטע געשפרעכן דורכאויס דשי-20 סאמיט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל