די סופרים קאורט האט טיילווייז אנגענומען א געריכטליכע אורטייל פון א פעדעראלע געריכט אין האוואי וועלכע האט אוסגעברייטערט די קאטעגאריע פון די וועלכע זענען קוואליפיצירט פאר אן אויסנאם פון די רייזע פארבאט, נאכדעם וואס די העכסטע געריכט האט פריער דעם מאנאט באשטעטיגט דעם רייזע פארבאט אבער האט אויסגעשלאסן אזעלכע וועלכע האבן א ׳לעגיטימע׳ פאמליע אדער ארבייטס פארבינדונג אין אמעריקע, די פעדעראלע רעגירונג האט דעריבער אויסגעשלאסן פונעם פארבאט אזעלכע וועלכע האבן עלטערן אדער קינדער אדער געשוויסטער אין אמעריקע, אבער די געריכט אין האוואי האט דאס אויסגעברייטערט צו פעטער און מומעס און אויך זיידעס און באבעס, און האט גלייכצייטיג פארפליכטעט די אדמינסטראציע צו ארייננעמען פליכטלונגען וועלכע ווערן אויסגעזארגט דורך פליטים ארגאניזאציעס.

אין איר קורצע אורטייל היינט האט די פעדעראל געריכט נישט אנגענומען די שטעלונג פון די פעדעראלע רעגירונג וועלכע האט געזאגט אז די געריכטליכע אורטייל פון די האוואי געריכט ליידיגט אויס די רייזע פארבאט פון יעדע אינהאלט וויבאלד כמעט יעדער קען צייגן א געוויסע פארבינדונג צו אן אמעריקאנער בירגער, און געזאגט אז די רעגירונג דארף נעמען אין באטראכט יעדע סארט פאמיליע פארבינדונג און באשליסן אין יעדע אינדיווידועלע פאל, אבער האט יא אנגענומען די רעגירונג׳ס פאזיציע איבער פליכטלונגען און געזאגט אז די רעגירונג קען אנהאלטן א גענצליכע פארבאט אויף פרישע פליטים פון אריינקומען קיין אמעריקע פאר 90 טעג.

בילד: טיילווייזע געווינס אין העכסטן געריכט פאר פרעזידענט טראמפס רייזע פארבאט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל