מיט 75 יאר צוריק האט א פארפאלק פון בערלין זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אין די בערג פון שווייץ, און האבן זיך קיינמאל נישט אומגעקערט, די קינדער און די פאמיליע האבן חדשים לאנג דורכגעפירט מאסיווע זוך אקציעס אבער קיין שום שפורן זענען נישט געפונען געווארן פון די פארפאלק און מען האט נישט געוויסט ווי זיי זענען אהינגעקומען, ביז די וואך. אנהייב וואך האבן באזוכער אין א שניי בארג אין שווייץ באמערקט צוויי קערפער שטעקן זיך ארויס פון די שניי וועלכע לאזט זיך אויף, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן זענען געקומען האבן זיי צו זייער שטוינונג געזען אז די קערפער זענען אין א רעלאטיוו גוטע צושטאנד און די קליידער און חפצים וואס זענען געליגן מיט זיי האבן אנגעדייטעט אז די פארפאלק איז פון די צייטן ארום די צווייטע וועלט קריג, ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די צוויי אריינגעגעליטשט אין די שניי וועלכע האט זיי פרעזערווירט פאר 75 יאר ביז עס האט זיך אויפגעלאזט. נאך א שטיקל פארשונג איז מען דערגאנגען די אידענטיטעט פונעם פארפאלק און די לעבן געבליבענע קינדער וועלכע זענען שוין אין די אכציגער יארן וועלן יעצט אפרעכטן א באגרעבעניש צערעמאניע פאר זייערע עלטערן.

בילד: קערפער פון פארפאלק אפגעפונען נאך 75 יאר



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל