פרעמיער מיניסטער נתניהו האט נעכטן אפגעהאלטן א זיצונג מיט די פירער פון עטליכע לענדער אין אייראפע אינערהאלב די ׳ווישיגראד סאמיט׳ אין וועלכע עס האבן זיך באטייליגט די פירער פון אונגארן, פוילן, טשעכיע, און סלאוואקיי. נאך די פרעסע קאנפרענץ האט דער פרעמיער זיך אראפגעזעצט פאר פריוואטע געשפרעכן מיט די אנדערע פירער, אבער ער האט פארגעסן אז זיין מיקראפאן איז נאך צוגעטשעפעט צו זיין אנצוג, און די מידיע לייט אין די דרויסנדיגע צימער האבן געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן געשפרעך.

נתניהו האט אנגעהויבן מיט א בייזע רעדע קעגן די אייראפעישע פאראיין און קריטיקירט זייער אנטי מדינת ישראל פאליסיס, ער האט זיי אנגערופן ׳צודרייט׳ פאר׳ן נישט וועלן אונטערשרייבן אפמאכן מיט מדינת ישראל צוליב די זידלונגען און די פאלעסטינער פראבלעם, ער האט דאן ארומגערעדט איבער סיריע, און געזאגט אז ער האט קלאר געשטעלט פאר׳ן רוסישן פרעזידענט פוטין אז יעדע געווער ליפערונג פון איראן פאר חיזבאלע וועט באמבאדירט ווערן, און אז מדינת ישראל האט שוין באמבאדירט פילע צענדליגע מאל איראנער וואפן.

בילד: פרעמיער מיניסטער נתניהו: מיר האבן באמבאדירט איראנער אמוניציע ״צענדליגע מאל״



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל