דער הויפט קאמאנדיר פון אלע פראנצויזישע מיליטערישע איינהייטן האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע אין פראטעסט קעגן די עקאנאמישע שניטן פון די מאקראן רעגירונג וואס נעמט אריין טיפע שניטן אין די מיליטערישע בודשעט, דער 60 יעריגער פיערע דע-וויליערס האט אין זיין רעזיגנאציע געשריבן אז ער קען מער נישט שטיין אין שפיץ פון די ארמיי וויבאלד עס איז נישטא גענוג געלט צו פינאנצירן די ארמיי, דער פרעזידענט האט באלד אריינגעשטעלט א פרישע קאמאנדיר צו ערפולן זיין פלאץ, אבער די רעזיגנאציע שטעלט א וואלקן אויף די אפטימיסטישע אגענדע פון מאקראן און עס איז א ערשטע צייכן פון די שוועריגקייטן אין וועלכע ער וועט זיך אנשטויסן אויב וויל ער פאראויס גיין מיט זיינע ווייטגרייכנדע רעפארמען אין אלע אפטיילונגען פון די רעגירונג.

די רעזיגנאציע קומט נאכדעם וואס דער הויפט קאמאנדיר האט גענוצט זייער שארפע ווערטער אין פארליאמענט ווי ער האט אויפגעטרעטן קעגן די מיליטערישע שניטן וואס באטרעפן ארום 850 מיליאן דאלער, און איז א טייל פון אנדערע טיפע שניטן וועלכע מאקראן פירט דורך מיט׳ן ציל צו שניידן פאבליק ספענדינג און ברענגען די רעגירונג דעפעציט צו אונטער 3 פערצענט. פרעזידענט מאקראן האט אנגעהויבן זיין פרעזידנטשאפט מיט א אויטאריטארישע סטיל און האט רעאגירט צו דעם גענעראל ׳איך בין דער בעל הבית און עס איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין עפנטליכע געפעכט׳ און באגריסט זיין רעזיגנאציע.

בילד: הויפט פראנצויזישער גענעראל רעזיגנירט אין פראטעסט קעגן די מאקראן רעגירונג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל