טראץ וואס עס איז געלונגען צו באפרייען די שטאט מאסול פון די אנוועזנהייט פון אייסיס איז די שטאט נאך אלס אין געפאר, ווארנט די רויטע קרייץ, נאכדעם וואס די 9 מאנאטן פון אינטענסיווע שלאכטן, און די יארן פון אייסיס הערשאפט האבן איבערגעלאזט די שטאט, וועלכע איז די צווייט גרעסטע אין איראק, אין א גאר שווערע צושטאנד, הונדערטער טויזנטער פאמיליעס האבן פארלוירן זייערע היימען און די אינפוסטרוקטור אין פולע געגענטער איז גענצליך רואינירט, און עס זענען נישטא קיין שפיטעלער, שולעס פאר די קינדער און אזוי ווייטער.

איבער א מיליאן פליטים פון מאסול האבן נאך נישט באוויזן זיך צוריק צו איינגלידערן אין זייערע היימען, טייל צוליב דעם וואס די הייזער זענען רואינירט און אזוי אויך זענען דא געגענטער ווי עס זענען נאך פארבליבן לעבעדיגע באמבעס און מינעס וועלכע קענען אויפרייסן, אזוי אויך זענען די גאסן אנגעלייגט מיט פארברענטע קארס טראקס און מיליטערישע אמוניציע, און עס קען נעמען יארן ביז מען וועט קענען צוריקבויען די שטאט.

די פעלקער פאראיין שאצט אז ארום 650,000 קינדער וועלכע האבן געליטן פון די קריג זענען אין געפאר פון אנטוויקלן גייסטישע פראבלעמען און צוגאב צו דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין פארמאלע ערציאונג וויבאלד די שולעס פונקציאנירן נישט, פולע הומאניטארע אגענטורן ארבייטן אין די טעג צו צושטעלן פרעוואזארישע איינריכטונגען פאר די צענדליגע טויזנטער פאמיליעס וואס וואוינען אין געצעלטן אין די פליטים לאגערן.

אזוי אויך האט א קורדישע גרופע היינט ארויסגעגעבן זייער אפשאצונג אז דורכאויס די שלאכטן זענען אומגעקומען 40,000 ציווילע, פילפאכיג מער ווי די ציפערן וואס די איראקער רעגירונג האט אנגעגעבן ביז יעצט, די גרופע זאגט אז טויזנטער ליגן נאך באגראבן צווישן די ברוכווארג.

בילד: שוידערליכע הומאניטארע קריזיס אין מאסול נאך באפרייאונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל