א אומפארטייאישע גרופע פון סענאטארן טוען שרייבן א לעגיסלאטיווע ביל וועלכע וועט באשיצן דעם ספעציעלע פראקוראר ראבערט מיולער וועלכער איז ספעציעל געשטעלט געווארן איבער די אויספארשונג ארום רוסלאנד און די מעגליכע צוזאמענארבעט צווישן די קרעמעלין און די טראמפ קאמפיין. די ציל פון די ביל איז צו אפהאלטן דעם פרעזידענט פון אפזאגן מיולער און אוועקנעמען פון אים די אויטאריטעט צו נעמען אזא שריט, די באמיאונגען צו שרייבן דעם ביל ווערט געפירט דורך סענאטאר לינדזי גרעהעם דער רעפובליקאנער פון סאוט קאראליינע וועלכער האט אין א סטעיטמענט געזאגט ״יעדע פרואוו פונעם פרעזידענט צו אפזאגן דעם ספעציעלן אויספארשער וועט זיין די אנהייב פון די ענדע פון זיין פרעזידענטשאפט״

די ביל קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אין די לעצטע צייט מערערע מאל אויסגעדריקט עפנטליכע אומצופרידנהייט מיט מיולער און אים אראפגעמאלן אלס פארטייאישער מענטש מיט פאליטישע אינטרעסן, פילע רעפובליקאנער האבן באשיצט מיולער אלס אויפריכטיג און יושר׳דיג אריינגערעכנט ספיקער פאול רייען. אויב וועט די ביל דורכגיין וועט עס זיין די ערשטע אומפארטייאישע פרואוו צו איינצוימען דעם פרעזידענט און אראפשטעלן קלארע גרעניצן וואס וועט נישט טאלערירט ווערן.

בילד: סענאטארן שרייבן לעגיסלאציע צו באשיצן ספעציעלע אויספארשער מיולער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל