די כאאס אין די טראמפ אדמינסטראציע איז אנגעקומען צו א פרישע שטאפל נאכדעם וואס דער פרישער קאמיוניקאציע דירעקטאר אנטאניא סקאראמוטשי האט געעפנט א דירעקטע פראנט קעגן דעם שטאב הויפט ריינס פריבוס, און טוט אים באשולדיגן אין ארויסרינען אינפארמאציע פאר די פרעסע פון אינערהאלב דעם ווייסן הויז, אין א לענגערע אינטערוויו וואס ער האט געגעבן היינט אינדערפרי פאר סי-ען-ען האט דער קאמיוניקאציע דירעקטאר גאר שארף אראפגעריסן זיין קאלעגע און אים באשולדיגט אין ארבייטן אינאיינעם מיט די ״עסטעבלישמענט״ צו אונטערמינעווען די ארבייט פונעם פרעזידענט.

סקאראמוטשי האט זיך באצויגן צו פריבוס זאגנדיג ״די פיש שטינק פון קאפ״ און ווען ער איז געפרעגנט געווארן אויב ער זאל ווערן אפגעזאגט האט ער געזאגט אז דאס באלאנגט פאר׳ן פרעזידענט צו באשליסן, ער האט אנערקעט אז פריבוס האט זיך קעגנגעשטעלט צו זיין נאמינאציע אלס קאמיוניקאציע דירעקטאר אבער האט געזאגט אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס ער איז קעגן אים, נאר צוליב דעם וואס ער האלט אז פריבוס זוכט צו סאבאטאזשירן די ארבייט פונעם פרעזידענט.

די אינטערוויו איז געקומען נאכדעם וואס אין טוויט האט סקאראמוטשי אנגעדייטעט אז פריבוס איז פאראנטווארטליכט פאר די ׳ליעקס׳ וועלכע קומען שטענדיג ארויס פון ווייסן הויז, אין לויף פון די אינטערוויו האט דער דשורנאליסט קריס קאומא באשולדיגט אז די טראמפ אדמינסטראציע זוכט צו רעדן פון די ליעקס צו פארקירעווען די אויפמערקזאמקייט פון די רוסלאנד אויספארשונג, אבער האט גלייכצייטיג איינגעשטימט אז אין זיינע צענדליגע יארן אין די פעלד פון דשורנאליזם איז נאכנישט געווען קיין איין אדמינסטראציע פון וועלכע עס קומען ארויס אזויפיל אינעווייניגסטע אינפארמאציע.

בילד: שארפע רייבערייען אינערהאלד טראמפ אדמיניסטראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל